ייִדיש

Jiddisch

נאַציאָנאַלבי ב ליאָטעק

די קיני גלעכע ביבליאָטעק, קב, איז שוועדנס נאַציאָנאַלביבליאָטעק. דאָס באדייַט, אז קב:ס אויפגאַבע איז צו זאַמלען און שפּאָרן אַלץ וואָס ווערט געדרוקט אין שוועדן. זייַט 1661 מוזן אַלע אַרויסגעבער פון געדרוקטע מאַטעריאַלן אַרייַנשיקן צו קב אזוי גערופענע פליכטעקזעמפּלאַרן פון אַלץ וואָס ווערט געדרוקט.

די שוועדישע זאַמלונג באַשטייט פון מאַטעריאַלן וואָס מען האָט געקליבן אויף ד'־דורות. דאָ זענען פאַראַן צייַטונגען, פּלאַקאַטן, קאַרטעס, פּאָסטקאַרטלעך, נאָטן, רעקלאַ ם , קאַטאַלאָגן, יאָרביכער און אַזוי ווייַטער. די גרענעצן פאַר דעם וואָס מען זאַמלט ווערן מער און מער דערווייַטערט.

קב:ס זאַמלונגען זענען פאַר אַלעמען געדאַכט, אָבער די באַזוכער זענען צו ערשט סטודענטן, לערערס, פאָרשערס. מען דאַרף נישט לייַען אַהיים די שוועדישע זאַמלונג, נאָר מען מוז לייענען ביכער און אַנדערע כּתבים אין איינעם פון אונדזערע לייענענצימערן. אַלע ביכער שטייען אין ביכערסקלאַדן און מען מוז זיי באַשטעלן.

פאָרשונגס־ביבליאָטעק

קב איז אויך איינע פון די פירנדיקע הומאַניסטישע פאָרשונגס־ביבליאָטעקן פון אייראָפּע. דערפאַר קויפט די ביבליאָטעק אייַן אַקטועלע אויסלענדישע פאָרשונגס־ליטעראַטור אין אונטער אַנדערן אַרכעאָלאָגיע, געשיכטע, ליטעראַטור־וויסנשאַפט און קונסט.

שטאַטישע אינסטאַנץ

די קיניגלעכע ביבליאָטעק האָט ווי אַן אינסטאַנץ דאָס נאַציאָנאַלע אחריות  צו קאָאָרדינירן און אַנטוויקלען די אינפאָרמאַציע־אונטערשטיצונג פאַר העכערע אויסבילדונג און פאָרשונג. קב האָט אויך דאָס נאַציאָנאַלע אחריות צו פירן און אַנטוויקלען דעם נאַציאָנאַלן ביבליאָטעק־קאַטאַלאָג ליבריס, וואָס איז פאַראַן אויף אינטערנעץ און וואָס נעמט אַרייַן העכער פינף מיליאָן טיטלען אויף 300 שוועדישע ביבליאָטעקן.

באַזוכן קב

די ביבליאָטעק איז אָפן פאַר אַלעמען. דער וואָס איז 18 יאָר און האָט אַ גוטגעהייסענע לעגיטימאַציע דאַרף לייַען פון די זאַמלונגען. פּערזאָנען אונטער 18 קענען זוכן אין קב:ס קאָמפּיוטער־באַזעס, רעפערענץ־ליטעראַטור און לייענען מיקראָגעפילמטע טאָגצייַטונגען און צייַטשריפטן. באַזונדערע כּללים זענען גילטיק פאַר די, וואָס זענען נישט געשריבן אין שוועדן אָדער האָבן אַ שוועדישע אידענטיטעטקאַרטע.

אָפן

זומערצייַט איז גילטיק פון 11טן יוני ביז 18טן אויגוסט (ווערן געצייַגט אין קלאַמערן).
מאָנטיק-דונערשטיק:(09-18) 09-20
פרייַטיק:(09-17) 09-19
שבת:(11-15) 10-17
זונטיק:צוגעמאַכט
 

Senast uppdaterad: 2007-09-08

Sveriges nationalbibliotek