Letar du efter material i KB:s samlingar?
Gå till våra söktjänster

Välj del i webbplatsen

Du är här: Nationalbiblioteket

Som nationalbibliotek samlar vi in nästan allt som publiceras i Sverige. Här hittar du information om hur du använder biblioteket och tar del av våra samlingar och tjänster.

Biblioteksmyndigheten

Som biblioteksmyndighet har vi ett samordnande ansvar för Sveriges alla bibliotek. Här hittar du bland annat frågor som rör biblioteksutveckling, metadata och biblioteksstatistik.

fullskärmsbild

די מלוכישע ביבליאָטעק פֿון שװעדן

Vy över Kungliga biblioteket sedd uppifrån Foto: KB/Jens Östman

די קיניגלעכע ביבליאָטעק, ק"ב, איז די מלוכישע ביבליאָטעק פֿון שװעדן. אונדזערע קאָלעקציעס האַלטן ביכער אין עלטער פֿון איבער טויזנט יאָר און זײ װערן גרעסער יעדן טאָג. מיר זאַמלען צונויף, אויפֿהיטן און מאַכן צוטריטלעך אַלע מינים פּובליקאַציעס װעלכע זײַנען אַרויס אין שװעדן – אַלץ פֿון שריפֿטלעכע כּתבֿ־ידן, ביכער און זשורנאַלן ביז מוזיק, טעלעװיזיע־פּראָגראַמען און בילדער.

ק"ב איז אַ מלוכישער אינסטאַנץ בײַ דער אויסבילדונג־אַדמיניסטראַציע.

פֿון צענזור ביז קולטורעלן אוצר

יאָר 1661 האָט מע דורכגעפֿירט אַ געזעץ װעגן אָבליגאַטאָרישן צושטעל אין שװעדן. דאָס הײסט אַז יעדער דרוקער מוז צושטעלן אַן עקזעמפּלאַר פֿון זײַנע אָפּגעדרוקטע װערק צו ק"ב. אין דעם אַנהײב איז דאָס געזעץ געװען אַן אופֿן צו צענזורירן, און די מלוכה האָט עס גענוצט כּדי צו קאָנטראָלירן די שװעדישע בירגערס. הײַנט העלפֿט דאָס געזעץ אונדז צו אויפֿהיטן דעם שװעדישן קולטור־אוצר.

אין משך פֿון סוף 20טן יאָרהונדערט האָט מען אַרײַנגענומען אויך אַודיאָ, רירנדיקע בילדער און קאָמפּיוטער־שפּילן אינעם געזעץ. אין 2012 האָט מען אויך אָנגענומען אַ געזעץ װעגן אָבליגאַטאָרישן צושטעל פֿון עלעקטראָנישע מאַטעריאַלן.

אונדזערע קאָלעקציעס האַלטן הײַנט איבער 18 מיליאָנען אָביעקטן. ס'רובֿ פֿון זײ האַלטן מיר אין אונטערערישע מאַגאַזינען.

נישט נאָר אויף שװעדיש

ק"ב איז אַ פֿאָרשונג־ביבליאָטעק פֿאַר סאָציאַל־װיסנשאַפֿט און הומאַניאָרע. צוליב דעם, האַלטן מיר ביכער אויף אַ סך פֿאַרשײדענע שפּראַכן װעגן למשל געשיכטע, סאָציאָלאָגיע און קונסט.

דערצו, זאַמלען מיר צונויף אויסלענדישע מאַטעריאַלן מיט אַ שװעדישער פֿאַרבינדונג. דאָס הײסט למשל איבערגעזעצטע ביכער, אָבער אויך װידעאָ־שפּילן געשאַפֿן פֿון שװעדן און פֿילמען מיט שװעדישע טעמעס.

פֿאַר אָביעקטיװער פֿאָרשונג

מיר אָפּשאַצן נישט די װערדע פֿון די מאַטעריאַלן מיר זאַמלען צונויף. מיר נעמען אַלצדינד אַרײַן, אומאָפּהענגיק פֿון מין און אײַנהאַלט. צוליב דעם, קען מען ניצן ק"ב פֿאַר אָביעקטיװער פֿאָרשונג פֿאַר דיר און קומענדיקע דורות. אונדזערע װיכטיקסטע ענינים זײַנען אַזוי דעמאָקראַטיע, גלײכרעכטיקײט און פֿרײַהײט פֿון װאָרט.

מיר אַנטװיקלען די שװעדישע ביבליאָטעקן

אײן פון די אויפֿגאַבעס פֿון ק"ב איז צו אַנטװיקלען די שװעדישע ביבליאָטעקן און שטיצן זײ װען עס קומט צו צוזאַמענאַרבעט.

מיר שטעלן למשל צונויף אָפֿיציעלע ביבליאָטעק־סטאַטיסטיק, װעלכע שטעלן פֿאָר פֿאַקטן פֿון ביבליאָטעקן איבערן גאַנצן לאַנד. מיר טראָגן אויך דאָס אַחריות װען עס קומט צו עפֿנטלעכער צוטריטלעכקײט צו װיסנשאַפֿטלעכע פּובליקאַציעס. דער ציל איז צו מאַכן יעדן רעזולטאַט פֿון מלוכישער פֿאָרשונג פֿרײַ צו לײענען, אַראָפּלאָדירן און פֿאַרשפּרײטן.

דערצו, אַדמיניסטרירט און אַנטװיקלט ק"ב דעם נאַציאָנאַלן ביבליאָטעק־קאַטאַלאַג „ליבריס”. דער דאָזיקער קאַטאַלאָג האַלט צען מיליאָן טיטלען – ביכער, זשורנאַלען, צײַטונגען און בילדער – פֿון בערך 500 שװעדישע ביליאָטעקן.

ק"ב באַגריסט אַלעמען

ס'רובֿ באַזוכערס בײַ ק"ב זײַנען שטודענטן און פֿאָרשערס, אָבער מיר באַגריסן אַלעמען. דו דאַרפֿסט אָבער זײַן איבער 18 יאַר אַלט כּדי צו קריגן אַ ביבליאָטעק־קאַרטל. מע דאַרף ס'רובֿ מאַטעריאַלן באַשטעלן אין פֿאַרויס און שטודירן דאָ בײַ דער ביבליאָטעק. אַ סך פֿון אונדזערע אויסלענדישע ביכער קען מען אָבער לײַען בײַ אונדז און ברענגען אַהײם. אויב דו האָסט נישט קײן שװעדישע אַדרעס זײַנען עס פֿאַראַן ספּעציעלע כּללים װען עס קומט צו לײַען ביכער בײַ אונדז. אונדזער פּערסאָנאַל װעט דיר גערן העלפֿן.

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז

בליצפּאָסט: info@kb.se

טעלעפֿאָן: 010-7093000

אַדרעס

Humlegårdsgatan 26, Humlegården, Stockholm