ייִדיש

Jiddisch

שוועדנס נאציונאלכיכליאטעק

שוועדנס נאציונאלכיכליאטעק הײַסט אויף שוועדיש  קונגליגא כיכליאטעסעט  – די  קעניקליכע כיכליאטעק.  די קעניקליכע ביבלאטעק זאמעלט און שפארט אלע קלאנגען, בילדער און געדרוקטן מאטעריאל וואס וועט אראריסגעגעבן אין שוועדן.

די זאמלונגען פון דער ביבליאטעק זײַנען  אפן פאר אלע, אבער די טעטיקקײַט  איז קודעם פאר  דער וועלט פון פארשער. דער מאטעריאל  פון דער  שוועדושער זאמלונג איז  נישט דערלויבט צו ווערן געבארגט אהיים  אוּּּּּּן מוס שטודירט ווערן אין דער ביבליאטעק. דאס רוב פונעם  מאטעריאל  איז געהאלטן אין א מאגאזין און  מוס פארויס באשטעלט ווערן.

די זאמלונגען

אין די זאמלונגען פון דער  ביבליאטעק זײַנען פאראן  מער ווי 20 מיליאנען אביעקטן. אכוץ  ביכער  זײַנען פאראן  אויך  אפישן, בילדער,  האנטשריפטן און רעקלאמדרוקערייען. די  אודאוויזועלע זאמלונג באשטייט פון מער ווי  7 מיליאנען איינגעשפילטע שעהען.

די ביבליאטעק פארוואלטעט  פארשוינארכיוון  פון צווישן אנדערע  אסטריד לינדגרען, אוגוסט סטרינדבערג און דאג האמארשעלד.

פליכטצושטעלונג

וועדליג דעם הײַנטיקן  פליכטצושטעלונגגעזעץ מוס דער אויסגעבער פון געדרוקטן מאטעריאל  וואס וועט צעשפרײַט ווערן יבער שוועדן איינשיקן איין עקסעמפלאר פון  יעדן ווערק צו דער  נאציאנאלביבליאטעק און זעקס אנדערע פארשונגסביבליאטעקן. אויסגעבער פון פילם, מוזיק, טעווע אדער ראדיא מוסן אויף א דערגלייכן  אופן שיקן קאפיעס פאר דער ביבליאטעק. אבער אין געוויסע פאלן איז דאס אבליגאטאריש פאר בלויז א טייל פון די זענדרנגען.

דער געזעץ שטאמט פון דער קאנסליארדנונג אין  1661, ווען עס איז געווארן א געזעץ, אז אלע בוכדרוקער זאלן ארייןשיקן צוויי עקסעמפלארן  פון יעדן שריפט וואס זיי האבן געדרוקט. יינער פון די עקעמפלארן סאל ווערן געגעבן דעם ריקסארכיוו און דער צווייטער דער נאציונאלביבליאטעק. דער געזעץ איז  אייגענטלעך געשאפן געווארן  צו  קאנטראלירן דעם אפיניאן יידער צו האלטן דאקומענטן פאר דער צוקונפט.

קאאפעראציע צווישן די  ביבליאטעקן

די נאציאנאלביבליאטעק איז פאראנטווארטלעך  פאר געבן אינפארמאציע צו די העכערע אויסבילדונג און פארשונג. דאס הייסט צו פארהאנדלען צווישן אלעס  וועגן צענטראלע  טראקטאטן כדי  צו  מאכן דעם צוגאנג צו פארשיידענע דאטע–באסען לייכטער.

די ביבליאטעק  קאארדינירט א צאל פון עקספערט– און קאמפעטענסגרופן וואס ארבעטן מיט  ענינים בנוגע די וועלט פון ביבליאטעקן. צום ביישפיל דיגיליזאציעס, סיסטעמען פון  קלאסיפיקאציע און  דעם געמיינזאמען קאטאלאג ליבריס.

מע ארבעט אויך אויס  אויסבילדונגען און שטיטסט  פראיעקטן וועלכע זיינען רעלאטירט צו  ביבליאטעקן.

אינסטאנץ

די נאציאנאלביבליאטעק איז א אינסטאנץ פון דער  מלוכה וואס האט א אונטערשטעלוננ צו דעם אויסבילדונגסדעפארטעמענט.

פארשונגסביבליאטעק

די נאציאנאלביבליאטעק איז אויך אהומאניסטישע ביבליאטעק, וואס קויפט אריין פארשונגסליטעראטטור אויף פארשיידענע שפראכן.

באזוך

די נאציאנאלביבליאטעק ליגט אינעם פארק הומלעגארדען אין צענטראלער שטאקהאלם. די ביבליאטעק איז אפן פאר  עפנטלעכגייט. ווער איז מער ווי 18 יאר אלט און קען זיך לעגיטימירן קען באשטעלן מאטעריאל פון די זאמלונגען. עס איז פאראנ באזאנדערע  כללאללים  פאר פארשוינען וועלכע  וווינען נישט אין שוועדן אדער האבן נישט קיין שוועדישן פערסאןנומער.

Senast uppdaterad: 2010-10-05
Innehållsansvar: Håkan Färje, e-post: fornamn.efternamn@kb.se

Sveriges nationalbibliotek